klezmer: (profile)
[personal profile] klezmer
אין דער שטילער, גרויער נאַכט
בעת די שאָטן פֿליער גיכער
זיץ איך מיר אַליין און טראַכט
פֿון מחשבות ד'נאַכט ס'נאָך טיפֿער

וועגן גורל טראַכט איך מיר
יאָרן גליקלעכע, אָן מורה
טרערן, וואָס זיי אין געוויין
רעדן אמת'דיק צום בורא

כ'וויל דיר געבן מײַנע טעג
מײַן געזונט דיר שיקן וויל איך
כ'וויל מיט דיר אויףֿ איינעם וועג
וואַנדערן נאָך אויפ גאַסן שטילע

כ'גלויב אין מזל, ס'קומט אצינד
כ'גלויב אין נס, – דאָס קומט ווען גלויבט מען
בין איך שטענדיק דאָך אַ קינד
כ'דאַרףֿ נחמה. גאָט וועט געבן

 9.06.2007
From: [identity profile] kerbale.livejournal.com
אין דער שטילער, גרויער נאַכט
בעת די שאָטנס פֿליען גיכער
זיץ איך מיר אַליין און טראַכט,
פֿון מחשבות די נאַכט ווערט טיפֿער.

וועגן גורל טראַכט איך מיר -
יאָרן גליקלעכע, אָן מורא,
טרערן ריינע פון געוויין
רעדן אמת'דיק צום בורא.

כ'וויל דיר געבן מײַנע טעג,
מײַן געזונט דיר שיקן וויל איך.
כ'וויל מיט דיר באַנאַנד דעם וועג
וואַנדערן אויף גאַסן שטילע.

כ'גלויב אין מזל, און אצינד
אויך אינעם נס, – וואָס קומט מיט גלויבן
בלייבן וועל איך דיינס אַ קינד
וואָס אין גאָט'ס ברבה וויל זיך שטויבן.
From: [identity profile] klezmer.livejournal.com
שיינעם דאַנק אייַך, איך וועל הערן צו אייַערע רעדאַקטור, כאָטש אין די ליצטער גראַמע מיין איך פּונקט וואַס שטייט געשריבן אינעם אָריגינאַל
נאָך אַ מאָל הארציקן דאַנק אייַך

Date: 2007-06-23 04:23 pm (UTC)
From: [identity profile] klezmer.livejournal.com
זי האָט טאַקע געהערט דאָס ליד... און געשיקט אַ שמייכל איבער ימים און לענדער... און אוועקגעגאַנגען (http://klezmer.livejournal.com/156516.html) אין דער בעסערער וועלט... א וואָך צוריק

Profile

klezmer: (Default)
klezmer

August 2011

S M T W T F S
  12345 6
78910111213
141516171819 20
21222324252627
28293031   

Most Popular Tags

Style Credit

Expand Cut Tags

No cut tags
Page generated Feb. 18th, 2026 11:43 pm
Powered by Dreamwidth Studios